כ"ה ניסן התשפ"ד
03.05.2024

בעקבות האסון: מיכאל שניצלר מרגש בסינגל חדש "המכתב"

בעקבות אסון התרסקות המטוס באוקראינה, בו נהרגו שלושת בחורי ישיבת מיר, הזמר החסידי מיכאל שניצלר שפגש את הכאב מקרוב יותר בהיותו חבר של אבי הבחור הרשל וייס ז"ל, מגיש סינגל חדש, שמתאר מכתב מרגש שכביכול כותב הבן המנוח למשפחתו. הלחן והמילים של הרשי וינברגר. העיבוד וההפקה של נפתלי שניצלר

בעקבות האסון: מיכאל שניצלר מרגש בסינגל חדש "המכתב"
מיכאל שניצלר צילום: מתוך אינסטגרם

קרדיטים:

שירה: מיכאל שניצלר
לחן ומילים: הרשי ויינברגר
עיבוד מוזיקלי, קלידים ומיקס: נפתלי שניצלר
גיטרה: אבי סינגולדה
בימוי: אלי ובר
עיצוב עטיפה: ארטיקל אימג'

מילים:

איך וויל,
א בריוול,
פאר ענק יעצט שרייבן.
פין אויבן, במרומים.
איך קען מער נישט פארבלייבן,
איך שרייב שוין פון עולם הבא.

ביים בית דין
של מעלה,
בין איך שוין געשטאנען,
אבער יעצט,
פון מיינע עלטערן,
איך טו מיך דערמאנען,
נישט מיט מיינע הענט,
נאר מיין נשמה שרייבט דא.

ס'קומט מיר צוריק אין זכרון,
פון ווען איך בין געבאָרן,
האט עטס מיר געגעבן
בלויז ליבשאפט און ווארעמקייט.

וויאזוי א יוד דארף זיך פירן,
א צווייטן מאכן גוט שפירן,
נישט געווען קיין צייט צו געזעגענען - יעצט זעמער שוין געשיידט.

טאטע מאמע,
עטס פרעגטס מסתמא,
על מה עשה ה' ככה.
בלייבטס ווייטער גלייבן,
מיט אמונה זיך אויפהייבן,
און האלטס ענק שטארק מיט די גאנצע משפחה.

טאטע מאמע,
עטס וויינטס מסתמא,
עטס האטס דאך געגעבן דאס גאנצע לעבן פאר מיר.
כ'קען ענק נישט דאנקען,
פאר די אלע געשאנקען,
כ'וועל אבער געדענקען און בעטן פאר ענק אן א שיעור.

ווען כ'בין דא אין הימל ארויפגעקומען,
זענען מיר די אבות אנטקעגן געקומען,
אנטקעגן געקומען מיט א לעכטיג שמייכל,
מלאכים מיט שרפים,
מיט פרייד יעדער טוט שטיין,
א גרויסע הייליגע נשמה
איז געקומען פון די וועלט צו גיין,
טאטי מאמי איך געפון מיך דא אינעם שענסטן היכל.

הלוואי וואלט עטס געוואוסט וואס עס טוט מיינען,
ווען איך קוק צו ווי עטס טוטס וויינען,
כ'וואלט געוואלט מיט ענק זיין
נאכאיינמאל באקומען א קוש.

כאטש כ'בין יעצט אין די העכסטע היכלות,
מיין פלאם ביי ענק אין שטוב אלעמאל-איז,
גייטס ווייטער אן
און ענקערע טרערעלעך אפווישט.

טאטע טאטע,
עס בלייבט מיט מיר ווייטער,
ווען דו האסט מיט מיר געלערנט און געשאנקען דיין גאנצער צייט,
טאטי טאטע!,
די לעכטיגע זכרונות
קענסט זיין זיכער אז מיין תיקון האב איך שוין אויף די וועלט געהאט.

מאמי מאמע,
מיר זענען פארבינדען צוזאמען,
ביי דיינע שבת׳דיגע סעודות וועל איך אלעמאל זיין,
כ׳בעט דיך - וויין נישט, וויין נישט,
מאמי דו ווייסט אליין נישט,
איך בלייב מיט ענק אין א יעדע זמן…

איך בלייב ענקער קינד,
פאר מיין נשמה׳לע א לעכטעלע צינדט,
האטס מיר אייביג אינזין!
שרייב איך אונטער אצינד,
ענקער טייער ליבער קינד.

מיכאל שניצלר סינגל חדש אסון התרסקות המטוס באוקראינה המכתב

art

'בחדרי' גם ברשתות החברתיות - הצטרפו!

הוספת תגובה

לכתבה זו טרם התפרסמו תגובות

תגובות

הוסיפו תגובה
{{ comment.number }}.
{{ comment.date_parsed }}
הגב לתגובה זו
{{ reply.date_parsed }}
טען עוד