כ"ב ניסן התשפ"ד
30.04.2024

תמה הבצורת: אביש ברודט ושרולי ורדיגר שרים 'והערב נא'

אחרי שנים של בצורת מוזיקלית מגיש בעל המנגן אביש ברודט סינגל חדש באידיש - 'והערב נא', בביצוע משותף עם ישראל ורדיגר • את השניים מלווה מקהלת הילדים 'פרחי שיר ושבח' בניצוחו של חיים מאיר פליגמן, ועל הלחן רשום ברוך לוין • האזינו

תמה הבצורת: אביש ברודט ושרולי ורדיגר שרים 'והערב נא'



מילים:
ער ווערט בייגלייט אין חדר
מיט א טלית צוגעדעקט
און די האניג פון די א-ב
דער אינגעלע ער לעקט

און די עלטערען זיי בעטען
מיט הייסע טרערען
זאל די תורה אייביג בלייבען זיס
והערב נא ה׳

אבער וואו ער וואקסט נאר עלטער
און גמרא ווערט זיין צוועק
שפירט ער אז די חשק זיינע
צוביסליך פאלט אוועק

ער מיטשעט אויף די סוגיות
ווערט מיאוש מער און מער
וואו איז פארלוירען מיין געשמאק
פארוואס קומט מיר אזוי שווער

ברענג צוריק פאר מיר די זיסקייט פון אמאהל
געב מיך נאכאמאהל די טעם
וואו ס׳פלעגט מיר אמאהל זיין
ובפיות עמך בית ישראל

מיט א חשק און א ברען
ברענג צוריק פאר מיר די זיסקייט פון אמאהל
די מתיקות וואס מ׳דארף
כדי צו שפירן די ליבשאפט
פון קודשא בריך היא לישראל

א קליינע שטראל פון ליכט
זעהט ער מיט די אויגען
ווען זיין רבי זאגט חזרה
איז די וועג צו ווייטער שטייגען
ס׳דא א קלארקייט און א חשק
אז מ׳חזר׳ט מער און מער
און א ליבשאפט צו די תורה
ווען די גמרא רעדט די דיר

ער חזר׳ט און ער חזר׳ט
פאר שעות איינגבויגען
און די ווערטער פון גמרא
ווערען לעבעדיג פאר די אויגען

זיין חשק אהנגעצינדען
ס׳לערנט וואו א געזאנג
ער שפירט נאכאמאהל דאס זיסקייט
בייהאלטען אזוי לאנג

און די באשעפער אוי ער קוועלט
אזא קול תורה אויף די וועלט
ווער וואלט געגלויבט אז מ׳עט נאך ענדליך זעהן דעם טאג
וואלט אפשר קיינמאהל נישט געשעהן
אהן מגלה זיין די כוחות מ׳פארמאגט

איך קען טועם זיין די זיסקייט פון אמאהל
פון יעדער שורה יעדער דף
קען איך שפירן די ליבשאפט
פון קודשא בריך היא לישראל

קרדיטים:
קולות: מקהלת הילדים 'פרחי שיר ושבח' בניצוח חיים מאיר פליגמן.
מילים והפקה: שימי שטאובר.
לחן: ברוך לוין.
עיבוד: יענקי בריסקמן.
Arranged & Conducted by: Chaim Meir Fligman
Child Soloists: Naftuli Einhorn, Shloime Ganz
Originally Recorded in English by: Baruch Levine & Simcha Leiner
Produced by: Yochi Briskman
והערב נא אביש ברודט שרולי ורדיגר פרחי שיר ושבח סינגל

art

'בחדרי' גם ברשתות החברתיות - הצטרפו!

הוספת תגובה

לכתבה זו התפרסמו 1 תגובות

תגובות

הוסיפו תגובה
{{ comment.number }}.
{{ comment.date_parsed }}
הגב לתגובה זו
{{ reply.date_parsed }}
טען עוד