י"א אייר התשפ"ד
19.05.2024
פאליטיש און חסידיש

אלע נייסע'לעך: די מיסיאנערישע משפחה און די באזוך פון משה גבאי

'בחדרי חרדים' מיט א זאמלונג פון קורצע און אינטערסאנטע באריכטן איבער די געשעענישן אין ארץ ישראל - אין דעם יידישן שפראך

אלע נייסע'לעך: די מיסיאנערישע משפחה און די באזוך פון משה גבאי
סיכום חדשות היום ביידיש צילום: עיבוד בחדרי חרדים

- נאָך די אויסבראָך פון די קאָראָנאַ ווירוס: די בירגערמייסטער פון הרצליה רופט די איינוואוינער פון שטאָט צו טראָגן מאַסקעס אין פארמאכטע ערטער, ספּעציעל אין שולן.

- א פרישן אנקעטע אין ​​ערוץ 20 צייגט אז אויב די וואהלן וואלטן פארגעקומען היינט, וואלט דער ליכוד פארטיי באקומען 29 מאנדאטן, יש עתיד 22, ש"ס 9, העבודה 7, כחול לבן 7, יהדות התורה 7, הציונות הדתית 7, הרשימה המשותפת 6, ישראל ביתנו 6, ימינה 6, מרצ 5, רע"ם 5 און תקווה חדשה בלויז 4.

- די אפאזיציע פירער בנימין נתניהו האט באזוכט דעם בת ים ברעג. טויזנטער האָבן מיטגעהאלטן לייו אויף די סאושל מידיע און פילע שכנים האָבן זיך אנגעזאמלט אויפן ארט.

- די פרעמיער מיניסטער נפתלי בנט האט איבערגעגעבן א דעקלעראציע פארן פאלק אין די בן גוריון לופטפעלד: "מ'זעהט דעם אנהייב פון דער פארשפרייטונג פון דעם אינדישן קאָראָנאַ וואריאנט אין מדינת ישראל. דערפאר האבן מיר באשלאסן צו באהאנדלען די סיטואציע ווי א פרישער קאראנא אויסבראָך. מ'וועט אויפשטעלן פון פריש דעם קאראנא קאבינעט. מ'וועט באפוילן צו אנהייבן טראגן א מאַסקע אין לופטפעלד".

- די קאראנא אין די חינוך סיסטעם: 78 סטודענטן און צוות מיטגלידער זענען אנגעשטעקט געווארן מיט'ן ווירוס לענגאויס די לעצטע טאג.

- דער געזונטהייט מיניסטעריום פלאנט אויפצופרישן דעם פליכט פון טראגן א מאסקע אין ערטער וועלכע עס הערשט דארט א שווערן קאראנא אויסבראך.

- די שטורעמישע "פיקסלער פרשה": די פאטער פונעם מיידל, אברהם פּיקסלער, האט דערציילט אז די איינציגסטע חברי כנסת וועלכע האבן איהם געשטיצט מאון פראבירט ארויסצוהעלפן, זענען ישראל אייכלר, משה אבוטבול און די אויסערן מיניסטער יאיר לפיד.

די ליכוד פארטיי האט אינפארמירט אז זי וועט פארשפרייטן אויף דעם טוויטר אקאונט פונעם פארטיי ווער זענען די חברי כנסת וועלכע האבן נישט איינטיילגענומען אין די זיצונגען פונעם פארטיי אין כנסת. די 3 חברי כנסת פון ליכוד וועלכע זענען היינט דערמאנט געווארן צו שאנדע: אופיר אקוניס, פטין מולא און מירי רגב.

בחצרות האדמו"רים והרבנים

- אן עקסידענט האט פאסירט אין פוילן: צוויי איינוואוינער פון בני ברק, דאראג'ער חסידים, זענען ערנסט פארוואונדעט געווארן אינדערצייט ווען דער רבי מיט חסידים זענען ארויסגעפארן צו קברי צדיקים אין פוילן.​​

- גדולי האדמו"רים ביים מעמד סיום הרמב"ם אין דעם בריכת הסולטן זאל.

קרעדיט: מענדי קורנט

- כינור דוד זאל אין בית שמש: די סאטמארער רבי'נס גבאי, וועלכע איז באקאנט אלס "משה גבאי", באטייליגט זיך ביי די חתונה פון הרב אפרים שטרן. דער משב"ק מיט א שמועס מיט'ן סאטמערער עסקן יענקי יעקובוביץ.

- נאכן שטורעמישע אנטדעקונג אז א מיסיאנערישע פאמיליע אין איינע פון ​​די געגנטער אין ירושלים האט זיך פארשטעלט ווי א יידישע חרד'שע משפה, האט דער רב הראשי הרב דוד לאו באפוילן אז מען זאל מאכן אלע אנשטרענגונגען ארויסצונעמען די מאמע פון די משפחה פון איהר קבר און איהר אריבערפירן צו א נישט-אידישער אפטיילונג אין בית הקברות.

יידיש חדשות

art

'בחדרי' גם ברשתות החברתיות - הצטרפו!

הוספת תגובה

לכתבה זו התפרסמו 2 תגובות

תגובות

הוסיפו תגובה
{{ comment.number }}.
{{ comment.date_parsed }}
הגב לתגובה זו
{{ reply.date_parsed }}
טען עוד