כ"א ניסן התשפ"ד
29.04.2024
שטורעמישע נייעס

פראבלעמען מיט קאראנא וואקסין און שמחה אין בעלזא

יוסי שטארק ברענגט די נייעס איבער די ראש ישיבה וואס איז נפטר געווארן, די אויפדעקונג איבער די קאראנא וואקסין, די פייער אין תלמוד תורה בעלזא, די מעלדונג פון עמית סגל, די תפילה פון האדמו"ר מבאיאן אין מירון און די שמחה אין בעלזא

פראבלעמען מיט קאראנא וואקסין און שמחה אין בעלזא

- ברוך דיין האמת: הגאון רבי אליעזר עוזר זצ"ל, ראש ישיבת וכולל לומזה אין צענטער פתח תקווה איז נפטר געווארן אין עלטער פון 84 יאר.

הגאון רבי אליעזר עוזר זצ"ל מיט יבדלח"ט הגר"ח קנייבסקי.

- קאראנא אין ארץ ישראל: זייט חצות זענען אנטפלעקט געעוארן 213 אנגעשטעקטע אין דעם קאראנא ווירוס. 34 דערפון געפונען זיך אין א שווערן צושטאנד.

קרעדיט: פלאש 90

- א נייער באריכט פון די 'עברית אוניווערסיטעט' דעקט אויף אז די ריזיקע פון פאציענטן וועלכע זענען וואקסינירט צו ווערן אנגעשטעקט מיט אן ערנסטער קראנקייט - איז העכער ווי די ערשטע אפשאצונגען.

- א פייער האט אויסגעבראכן היינט אוונט אין תלמוד תורה בעלזא אשדוד. די בנין איז געווען ליידיג פון קינדער, און די אינצידענט איז אריבער ב"ה אן קיין געשעדיגטע.

די פייער אין תלמוד תורה בעלזא/ קרעדיט: תיעוד מבצעי כבאות והצלה

- דער בארימטער ישראל'דיגן דז'ורנאליסט, עמית סגל, האט געמאלדן אז ער וועט איבערגעבן מארגן 11 אזייגער אינדערפרי א וויכטיגע מעלדונג. די מעלדונג האט אנגעמאכט א גרויסן גערודער, אין עס ווערט גערעדט אז סגל גייט ארויסגעבן א נייעם בוך.

די מעלדונג פון עמית סגל

- שווערע ציפערן איבער די קאראנא וואקסין אין ארץ ישראל: 60 פראצענט פון קאראנא אנגעשטעקטע וועלכע געפונען זיך אין א שווערן צושטאנד אין די לעצטע 5 טעג – זענען וואקסינירט צום קאראנא ווירוס.

- ביתר עילית: פאליציי האבן היינט פארהאלטן פאר אויספארשונג 6 פארדעכטיגטע אין שפריצן גראפיטי קעגן א פאליציי אפיציר און קעגן אראבער, שרייבנדיג: "טויט צו די אראבער".

די גראפיטי אין ביתר עילית/ קרעדיט: דוברות המשטרה

- שמחת בית בעלזא: עס איז געבוירן געווארן אן אור אייניקל פאר האדמו"ר מבעלזא, א בכור פאר זיין אייניקל הרב חיים מאיר רוקח.

הרב חיים מאיר רוקח/ קרעדיט: אנשיל בעק

- האדמו"ר מבאיאן וועלכע וויילט אין די יעצטיגע טעג אין טבריה איז אנגעקומען פאר א תפילה קיין מירון און זיך אוועקגעשטעלט דאווענען ביי די טויט'ליכע שטיגן' ווי עס זענען אומגעקומען 45 יידן ל"ע אום ל"ג בעומר.

נייעס יידיש

art

'בחדרי' גם ברשתות החברתיות - הצטרפו!

הוספת תגובה

לכתבה זו התפרסמו 4 תגובות

תגובות

הוסיפו תגובה
{{ comment.number }}.
{{ comment.date_parsed }}
הגב לתגובה זו
{{ reply.date_parsed }}
טען עוד