כ"א ניסן התשפ"ד
29.04.2024
טרויעריגע נייעס

ברוך דיין האמת: דער 103 יעריגער תלמיד פון חפץ חיים איז נפטר געווארן

וויכטיגע און אינטערסאנטע באריכטן איבער וואס עס האט פאסירט אין די פארלאפענע טאג אין ארץ ישראל. א טעגליכע קורצע באריכט

ברוך דיין האמת: דער 103 יעריגער תלמיד פון חפץ חיים איז נפטר געווארן
הרב מנשה צבי וינקלר זצ"ל צילום: באדיבות המצלם

- ברוך דיין האמת: הרב מנשה צבי וינקלר זצ"ל, א לייקווד'ער איינוואוינער, איז נפטר געווארן אין עלטער פון 103 יאר. ער האט נאך זוכה געווען צו לערנען אינעם ישיבה פונעם הייליג'ן חפץ חיים זצ"ל אין ראדין. אין די שפעטערע יארן האט ער געלערנט אין בראנוביץ' ביי הגאון רבי אלחנן וואסערמאן זצ"ל. ת.נ.צ.ב.ה.

- די זיו שפיטאל אין עיה"ק צפת האט געמאלדן אז די פינעף יעריג מיידל וואס איז פארוואונדערט געווארן פריער אינעם טאג, זייענדיג פארמישט אין א שווערן עקסידענט, האט ליידער אויסגעהויעכט איר נשמה. די מיידל איז שווער פארוואונדערט געואארן ווען א באס דרייוער האט איר אראפגעקלאפט אויף די הנשרים גאס אין שטאט. שנשמע ונתבשר בשורות טובות.

קרעדיט: דוברות איחוד הצלה

- דער הויפט גענעראל פונעם מדינת ישראל מיליטער, אביב כוכבי, האט היינט איבערגעגעבן א סטעיטמענט נאך די ראקעטן שיסעריי פון לבנון צו צפון ארץ ישראל: "מיר וועלן רעאגירן אפענערהייט אדער באהאלטענעהייט, אדער ביידע וועגן צוזאמען".

גענעראל אביב כוכבי/ קרעדיט: צילום: Miriam Alster/Flash90

- היינט איז די פארשפרייט געווארן די ציפערן פון די לעצטע תקופה, איבער די צאל צוהערער צו די פארשידענע ראדיו סטאנציעס אין מדינת ישראל: עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז די צוויי רעכטע דז'ארנאליסטן, ינון מגל און יעקב ברדוגו, האבן די מערסטע צוהערער.

מגל און ברדוגו/ קרעדיט: יונתן זינדל Yossi Zeliger/Flash90  

- דער חרדי'שע פארלאמענט מיטגלידער משה ארבל פון די ש"ס פארטיי האט היינט אפגעראכטן א באזוך אין די פאבריק פון די 'בן אנד ג'עריס' קאמפאני אין מדינת ישראל, כדי צו געבן שטיצע אין ליכט פון די חרם וואס די אינטערנאציאנאלע 'בן אנד ג'עריס' האט אראפגעלייגט אויף איר.

 

יידיש נייעס

art

'בחדרי' גם ברשתות החברתיות - הצטרפו!

הוספת תגובה

לכתבה זו טרם התפרסמו תגובות

תגובות

הוסיפו תגובה
{{ comment.number }}.
{{ comment.date_parsed }}
הגב לתגובה זו
{{ reply.date_parsed }}
טען עוד