י"ח ניסן התשפ"ד
26.04.2024
דראמאטישע נייעס

פארכאפונג אין מאה שערים און חתונה אין קארלין

די טעגליכע קורצע באריכטן פון יוסי שטארק איבער וואס עס טוט זיך אפ אינערהאלב די חרדי'שע באפעלקערונג אין ארץ ישראל. פון די חתונה אין קארלין, דורך די באמבאדירונג אין עזה ביז די פארכאפונג אין מאה שערים

פארכאפונג אין מאה שערים און חתונה אין קארלין
מעצר האישה במאה שערים צילום: ישראל קרויס

- א אומבאקאנטע פרוי וועלכע האט זיך באזעצט אין מאה שערים האט פראבירט עטליכע מאל צו פארכאפן קליינע קינדער. נאך וואס די איינוואוינער האבן זיך נישט אן עצה געגעבן האבן זיי אריינגעמישט די פאליציי וועלכע האט היינט ארעסטירט דעם פרוי.

- די מדינת ישראל מיליטערישע עראפלאנען האבן היינט ווידער דורכגעפירט באמבאדירונגען אין עזה, נאך וואס טעראריסטן האבן אריבערגעשיקט פייער באלאנען קיין דרום ארץ ישראל כדי צו פארברענען פעלדער פון יידן.

- דער חרדי'שער מעיאר פון בני ברק, אברהם רובינשטיין, האט היינט געמאלדן אז ער ליידט ליידער אויף דעם ביטערע מחלה ל"ע, און ער בעט אז מען זאל איינרייסן רחמי שמים לרפואת אברהם בן שרה לרפואה שלימה בתוך שאר חולי ישראל.

- דער 'שר התקשורת' יועז הנדל האט היינט געמאלדן אז ער האט באשלאסן צו באגרעניצן די כוח פון 'ועדת הרבנים לענייני תקשורת' וועלכע פארמאכט האטליינ'ס אן קיין שום סיבה, און ברענגט א שווערע שאדן פאר די חרדי'שע באפעלקערונג. די היימישע עולם האט אויפגענומען מיט פרייד די בשורה.

- מדינת ישראל באטראכט די מעגליכקייט פון מבטל זיין די דערקלעראציע פון בנימין נתניהו און דער פרעמיער מיניסטער פון פוילין אין 2018, אז די באציאונגען צווישן די 2 לענדער וועלן בלייבן אין ארדענונג, נאכ'ן קומען צו אן הסכם איבער די 'שואה געזעץ' וועלכע וועט פארמיידן פון האלאקאסט איבערלעבער צו מאנען געלט איבער פארמעגנ'ס וועלכע זיי האבן פארלוירן. יעצט גייט די געזעץ אריבערגיין און די אמעריקאנער מיט די ישראלים פראבירן עס אפצוהאלטן.

 

- טויזנטער חסידי גור האבן היינט אויפגענומען האדמו"ר מגור ביים אנקומען צום חנוכת הבית פונעם נייעם שטיבל אין חצור הגלילית.

- האדמו"ר מסאדיגורה אין א שמועס מיט הגאון רבי שלום בער סורוצקין אויף די בערג אין עסטרייך, דארט וויילן ביידע פאר אפרוה.

- טויזענטער חסידי קארלין האבן זיך היינט באטייליגט ביים שמחת החתונה פאר אן אייניקל פון האדמו"ר מקארלין וועלכע איז פארגעקומען אין אן סטעדיום אין חיפה. דאס ערשטע מאל וואס די חסידים נעמען זיך צוזאם זייט די שרעקליכע 'פראנטשע'ס אומליק' ערב שבועות.

 

 

יידיש נייעס

art

'בחדרי' גם ברשתות החברתיות - הצטרפו!

הוספת תגובה

לכתבה זו התפרסמו 3 תגובות

תגובות

הוסיפו תגובה
{{ comment.number }}.
{{ comment.date_parsed }}
הגב לתגובה זו
{{ reply.date_parsed }}
טען עוד